"I" (Ich)

Avraham Fried

2 fans

Avraham Fried

Avraham Shabsi Hakohen Friedman (born March 22, 1959) better known by his stage name, Avraham Fried, is a popular musical entertainer in the Orthodox Jewish community.


Year:
1994
78 

 Watch: New Singing Lesson Videos Can Make Anyone A Great Singer

ר' אהרן הגדול האט זיך אויפגעכאפט פון ליכטיגן דביקות ארויס
אימעצער האט פלוצלינג שטיל אנגעקלאפט אין פענסטער ביי אים אין זיין הויז
ער הויבט אויף זיין קאפ פון דעם ספר און רעדט
שטילערהייט פונקט ווי צו זיך
ווער קלאפט עס איו פענסטער ביי נאכט אזוי שפעט
ענטפערט אים אימעצער "איך"

ר' אהרן לאזט ווידער ארונטער זיין קאפ
ווארפט אויפן ספר די אויגן אראפ
און שווימט זיך אוועק אין דעם ליכטיגן הייליגן וויידן אין סוף
א לעבן וואס עס איז נישט וואך און עס איז נישט אין שלאף

ווידער האט אימעצער שטיל אנגעקלאפט אין פענסטער ביי אים אין זיין הויז
ווידער האט ער זיך געשווינד אויפגעכאפט פון ליכטיגן דביקות ארויס
ווידער ער הויבט אויף זיין קאפ און ער רעדט 
שטילערהייט פונקט ווי צו זיך
ווער קלאפט עס אין פענסטער ביי נאכט אזוי שפעט
ענפערט אים אימעצער "איך"

ר' אהרן לאזט ווידער ארונטער זיין קאפ
די הייליגע אויגן לאזט ער ווידער אראפ
און שווימט זיך אוועק אין דעם ליכטיגן הייליגן וויידן אין סוף
א לעבן וואס עס איז נישט וואך און עס איז נישט אין שלאף

ליגט אין דערויסן א פינסטערע נאכט פון איין פענסטער זעט זיך א שיין
אימעצער שטייט ביי דעם פענסטער און ווארט
ר' אהרן לאזט אים נישט אריין
ער קלאפט און ער קלאפט און ר' אהרן פרעגט ווער
און מען ענטפערט שטענדיק אים "איך"
ר' אהרן גיט זיך נישט אפילו קיין קער און ווערט גלייך פארנומען מיט זיך

שווער איז פארשטיין וואס דער צדיק ער טראכט
וואס ארבעט אויף חסד ביי טאג און ביי נאכט
און האט שוין פיל צענדליקער טויזנטער גרויסע בעלי תשובה געמאכט
זאל לאזן א איד שטיין אליין אין דער פינסטערע נאכט

פלוצלינג עס גיט זיך ר' אהרן א וועק צום פענסטער גייט ער צו גיך
ווער קלאפט עס דארטן גיט ער א פרעג
ענטפערט דער אימעצער "איך"
ווער איז דער איך פרעגט ר' אהרן ביי אים
זאגט אים אויס יענער זיין שם
מיר זיינען ביים מגיד געזעסן נישט ליינג
חברים געווען אויף איין ביינג
איך פאהר שוין אהיים פון דעם מגיד צוריק
און וויל נאר אריינגיין צו דיר אויף א בליק
איך וויל אז דו זאלסט מיר היינט בענטשן אוו ווינטשן הצלחה און גליק
איידער איך קער זיך באלד אום אין מיין שטעטל צוריק

זאגט אים ר' אהרון אזוי שטילערהייט
עס איז מיר באמת א פרייד
דו פארסט שוין אהיים הער איך פון דיינע רייד
איך מיין אבער דו ביסט נישט גרייט
איך פרעג דיר ווער קלאפט
און דו ענטפערסט מיר איך
זאג צי דו ביסט געווען גערעכט
ווי קען עס א מענטש אזוי זאגן אויף זיך
צי האסט עס ביים מגיד געהערט
מיר האבן געלערנט קיין איך איז נישטא
נאר איין אנכי אין הימל איז דא
און דער וואס האלט זיך אז ער איז א איך
און איז ווערט עפעס פארט
קאן דער באשעפער נישט וואוינען מיט אים אויף איין ארט

א קרעכץ האט זיך אונטערן פענסטער דערהערט
יע זאגט דער איד דארטן אהרן ביסט גערעכט
איך האב ביי דעם מגיד נאך גארנישט געלערנט און נאך גארנישט געהערט
און ער האט זיך תיכף צום מגיד זוריק אומגעקערט

א קרעכץ האט זיך אונטערן פענסטער דערהערט
יע זאגט דער איד דארטן אהרן ביסט גערעכט
איך האב ביי דעם מגיד נאך גארנישט געלערנט און נאך גארנישט געהערט
און ער האט זיך תיכף צום מגיד זוריק אומגעקערט

 Struggling with "I" (Ich)? Become a better singer in 30 days with these videos!

 

Written by: Yomtov Ehrlich

Submitted on July 08, 2020

Discuss these "I" (Ich) Lyrics with the community:

0 Comments

    Translation

    Translate these lyrics to another language:

    Select another language:

    • - Select -
    • 简体中文 (Chinese - Simplified)
    • 繁體中文 (Chinese - Traditional)
    • Español (Spanish)
    • Esperanto (Esperanto)
    • 日本語 (Japanese)
    • Português (Portuguese)
    • Deutsch (German)
    • العربية (Arabic)
    • Français (French)
    • Русский (Russian)
    • ಕನ್ನಡ (Kannada)
    • 한국어 (Korean)
    • עברית (Hebrew)
    • Gaeilge (Irish)
    • Українська (Ukrainian)
    • اردو (Urdu)
    • Magyar (Hungarian)
    • मानक हिन्दी (Hindi)
    • Indonesia (Indonesian)
    • Italiano (Italian)
    • தமிழ் (Tamil)
    • Türkçe (Turkish)
    • తెలుగు (Telugu)
    • ภาษาไทย (Thai)
    • Tiếng Việt (Vietnamese)
    • Čeština (Czech)
    • Polski (Polish)
    • Bahasa Indonesia (Indonesian)
    • Românește (Romanian)
    • Nederlands (Dutch)
    • Ελληνικά (Greek)
    • Latinum (Latin)
    • Svenska (Swedish)
    • Dansk (Danish)
    • Suomi (Finnish)
    • فارسی (Persian)
    • ייִדיש (Yiddish)
    • հայերեն (Armenian)
    • Norsk (Norwegian)
    • English (English)

    Citation

    Use the citation below to add these lyrics to your bibliography:

    Style:MLAChicagoAPA

    ""I" (Ich) Lyrics." Lyrics.com. STANDS4 LLC, 2024. Web. 11 May 2024. <https://www.lyrics.com/sublyric/79929/Avraham+Fried/%22I%22+%28Ich%29>.

    We need you!

    Help build the largest human-edited lyrics collection on the web!

    Watch the song video

    "I" (Ich)

    3,950
    17     1

    Browse Lyrics.com

    Quiz

    Are you a music master?

    »
    What is the theme song to the movie: Casper?
    A Ray Parker Jr. - Ghostbusters
    B Survivor - Eye of the Tiger
    C Phil Collins - Against All Odds
    D Jordan Hill - Remember Me This Way

    Free, no signup required:

    Add to Chrome

    Get instant explanation for any lyrics that hits you anywhere on the web!

    Free, no signup required:

    Add to Firefox

    Get instant explanation for any acronym or abbreviation that hits you anywhere on the web!